Language: Yiddish

Regular price $2.99
Regular price Sale price $2.99
Shipping calculated at checkout.
$0.00 USD

Regular price $2.99
Regular price Sale price $2.99

מיין בעסטע פרענד

די ניגונים זענען מחזק אויף טשעלענדזשעס און נסיונות וואס אידישע קינדער גייען דורך טאג טעגליך, בפרט פרויען. די ערשטע ניגון "אידישע מאמע" רעדט פון די געפילן וואס דער סמ"ך מ"ם פרובירט צו צעברעכן אידישע מאמעס, און איז זיי מחזק זיך נישט צו לאזן דערפון. דער צווייטער ניגון "צניעות" הערט מען וואס מיינט באמת שיין, און נישט ווערן פארכאפט פון די גויים צו טראכטן וואס מיינט שיין. דער דריטער ניגון "מיין בעסטע פרענד", רעדט פון ווער איז באמת א גוטע פרענד, ניגון נומער פיר "אפשערן די האר" רעדט ווי שטארק א פרוי וואלט זיך געפרייט אפצושערן אירע האר ווען זי ווייסט פארוואס זי טוט עס, נומער פינף "שמחה" וויאזוי מ'קען זיין פרייליך ווען איך שפיר אז אלעס גייט מיר פארקערט, דער זעקסטער ניגון "שבת", הערט מען וויאזוי א אידישע מאמע בעט זיך אויס ביי די לעכט צו טון וואס דער אייבישטער וויל, זיבן "נעגל", וואס פארא צרות ה"י שמירן די נעגל ברענגט, אכט "א גרויסע משפחה" די שיינקייט אין די שמחה וואס עס הערשט אין א גרויסע אידישע משפחה, ווי גליקלעך עס איז צו האבן נאך און נאך א בעיבי. נומער ניין "טערעפי" רעדט פון א טערעפיסט וואס מ'קען צו אים אייביג צוקומען, און קען באמת העלפן - דער אויבערשטער, דער לעצטער ניגון נומער צען "צוואת מוהרא"ש" לייגט דער ראש ישיבה שליט"א אראפ די הייליגע לעכטיגע ווערטער וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן פאר אונז ווי מ'זאל אלץ געדענקען אז דער אויבערשטער איז דא, נישט קוקן אויף אנדערע מענטשן, רעדן צו אים, און אזוי ווערן דבוק אין אים. געדענקען אז מיר האבן נאר אים, און אויסער אים קען אונז קיינער קען גארנישט טון, און אויב מיר פארגעסן דאס קענען מיר ווערן זייער אנטוישט, און פארקערט אזוי וועלן מיר זייער מצליח זיין.

  • Rosh Yeshiva Shlit"a