דורך Keren Hadfusa Heichal Hakoidesh Breslev

איך דארף נישט קיינעם

Language: Yiddish

געהעריגע פרייז $2.99
געהעריגע פרייז סעיל פרייז $2.99
Shipping calculated at checkout.
$0.00 USD

געהעריגע פרייז $2.99
געהעריגע פרייז סעיל פרייז $2.99
Keren Hadfusa Heichal Hakoidesh Breslevעס די קארטל
עס די קארטל
טאנץ מיט אמונה #2
Keren Hadfusa Heichal Hakoidesh Breslevטאנץ מיט אמונה #2

א גאר רייכער אלבום, מיט א קאלעקציע פון עלף ניגונים וואס בארירן די טיפסטע סטורנעס פון הארץ, פלאקערן אויף די אידישע נשמה, און בלאזט אריין חיות אין אידישע קינדער.

 

געשפילט דורך א פראפעסיאנאלע סטעף פון די בעסטע מוזיקאלישע עקספערטן פון אמעריקע און ארץ ישראל, באגלייט מיט א גאר רייכע היימישע כאאר, אראפגעכאפט אין די פארגעשניטענסטע רעקארדינג סטודיאס, געמיקסט דורך די בעסעטע מיקסינג מומחים.

א סידי וואס איינמאל מען לייגט עס אריין אינעם פּלעיער, קומט עס נישט ארויס, עס ציעט דאס הארץ, און צינדט א אומאויפהערליכע בענקעניש צום אייבערשטן, וואס מען קען נישט אויסלעשן.

פאלגענד זענען די ניגונים פון דעם הערליכן אלבום:

1 - באניי מיר
באשפער באניי מיר מיין הארץ, איך וויל זיך צו דיר צוריק קערן,
באשפער באניי מיר מיין הארץ, איך וויל שוין א צדיק ווערן,
באשפער באניי מיר אינגאנצן, פלאקער מיר אויף מיין הארצן,
איך הייב יעצט אן פון ניי!

2 - איך דארף נישט קיינעם
מי לי בשמים, ועמך לא חפצתי בארץ,
איך דארף נישט קיינעם, נאר דיר באשעפער אליין!
נישט דער וועלט, נישט יענער וועלט,
נאר דיר באשעפער אליין!

3 - נארישקייטן
ווילאנג נאך - רבונו של עולם,
וועל איך טון נארישקייטן,
האב רחמנות אויף מיר,
איך וויל זיין אן ערליכער איד!

4 - טאטע
טאטע, איך וויל זיין אן ערליכער איד,
דער יצר הרע ברענט און בריעט,
ער לאזט מיר נישט אפ,
ער ווארפט מיר כסדר אראפ.

טאטע - וויפיל איך פרוביר,
ס'געט זיך גארנישט קיין ריר,
איך ווער נאר אלץ ווייטער און ווייטער פון דיר.

טאטע - איך בין אזוי צובראכן,
אזוי ווייט בין איך פארקראכן,
מיין נשמה - צושניטן און צוריסן,
אין די זייט, אזוי ווייט, אזא לאנגע צייט.

טאטע - איך פאלג נאר דעם יצר דעם שלעכטן,
אוי - ווער קען מיין נשמה פאררעכטן,
יעדן טאג - איך ווער נאר ערגער פון נעכטן.

טאטע - איך גייט טון וואס דער רבי זאגט,
רעדן צו דיר יעדן טאג,
דאס איז די איינציגסטע עצה וואס איך פארמאג,

טאטע - די עצה פון רעדן צו דיר,
דערציילן א יעדע ריר,
קיין אנדערע עצה איז נישטא פאר מיר.

טאטע - דער רבי טוט אונז דערמאנען,
קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען,
מ'דארף זיך מיטן אייבערשטן אויס'טענה'ן,
נישט אפלאזן, נישט אויפגעבן, א גאנצן לעבן.

טאטע - איך לאז אפ די וועג דעם שלעכטן,
איך גיי מיינע מעשים פאררעכטן,
איך וועל היינט זיין בעסער פון נעכטן.

5 - א גוטע עצה
ותקנינו בעצה טובה מלפניך,
רבונו של עולם, טאטע זיסער, געב מיר א גוטע עצה,
איך זאל וויסן - וויזאוי זיך צו פירן.

6 - איך שריי טאטע
איך שטיי אליינס צומישט,
איך ווייס נישט די וועג,
וואו אנצופאנגען,

ארויסגיין פון מיין שלעכסט,
פון מיין יצר הרע,
וואו איך בין געפאנגען.

איך בין אינגאצן פארלוירן,
וואס גייט פאר מיט מיר,
טאטע עפן מיר מיין מויל,
איך וויל רעדן צו דיר!

טאטע, איך שריי צו דיר טאטע,
איך בעט פון דיר טאטע,
נעם אן מיין געבעט, אוי!

רבונו של עולם,
איך ווייס נישט וואס צו טון,
איך וויל זיין ערליך.

די יצר הרע ברענט,
איך האלט עס מער נישט אויס,

ס'איז אזוי געפערליך!

רבונו של עולם,
האב רחמנות אויף מיר,
איך וויל באמת תשובה טון,
עפן מיר די טיר!

טאטע, איך שריי צו דיר טאטע,
איך בעט פון דיר טאטע,
נעם אן מיין געבעט, אוי!

איך פיל מיך אזוי גוט,
איך פיל מיך אזוי פיין,
ווען איך טראכט פון דיר.

אפילו איך בין אליין,
קיינער קען מיר נישט פארשטיי,
אבער דו ביסט מיט מיר.

אין א יעדע מצב,
נישט קיין חילוק וואס איך טו,
פיל איך אזוי גוט,
ווייל דו ביסט מיט מיר!

טאטע, איך שריי צו דיר טאטע,
איך בעט פון דיר טאטע,
נעם אן מיין געבעט, אוי!

7 - קיין יאוש
ברודער הער זיך צו,
וואס דער הייליגער רבי טוט אונז זאגן:
"געוואלד, זייט אייך נישט מייאש,
וואס ס'זאל נאר זיין!"

ס'וועט נאך קומען גוטע צייטן,
ס'וועט נאך זיין גוט,
ברודער ברודער - זייט אייך נישט מייאש!

8 - אין ברסלב
אין ברסלב ברענט א פייער,
צינד עס אן אין מיין הארץ,

איך האב אויסגעפירט,
און איך וועל אויספירן,
איך האב געענדיגט,
און איך וועל ענדיגן,
איך בין א טייך וואס רייניגט,
פון אלע שמוציגע פלעקן.

איך בין א וואונדער,
און מיין נשמה איז א גרויסע וואונדער,
אזא חידוש ווי איך בין,
איז נאך קיינמאל נישט געווען.

9 - קשיות
רבנו של עולם, איך בין אינגאנצן אליין.
רבונו של עולם, קיינער קען מיר נישט פארשטיין!
העלף מיר - רבונו של עולם:
איך זאל נישט האבן קיין קשיות אויף דיר,
איך זאל אייביג גלייבן אין דיר.

אוי אוי - העלף מיר שוין,
העלף מיר - רבונו של עולם,
איך זאל נישט האבן קיין קשיות אויף דיר,
איך זאל אייביג גלייבן אין דיר.

10 - דע
דע, שעיקר הדביקות והתחברות להשם יתברך,
הוא על ידי התפלה.

אזוי זאגט דער היילגער רבי,
אין ליקוטי מוהר"ן די צווייטע חלק סימן פ"ד,
וויאזוי קען א מענטש ווערן נאנט צום הייליגן באשעפער,
קען מען נאר דורך תפלה.

11 - געוואלד
היילגער באשעפער, וואס וועט זיין מיט מיר,
הייליגער באשפער, איך וויל זיך צוריק קערן צו דיר,
געוואלד, טאטע אוי געוואלד,
איך גיי דאך שוין אהיים צו דיר באלד!
געוואלד, טאטע אוי געוואלד,
וואס וועל איך נעמען מיט מיר אין די האנט.


  • Rosh Yeshiva Shlit"a